In memory of the

Ribnitz’er Rabbee Zt’zl

Ribnitz.org

HOME
BIOGRAPHY
STORIES
CONTACT

Stories

The Ribnitz ( Rimnitz )Rebbe, who in his old age slipped and fell. The gabbaim attempted to help him stand up, but he was laying there, frozen in place.

"Is the Rebbe alright?" they asked.

"Yes," he answered, I`m just searching my soul and trying to understand why Hashem made me fall."

In vain did the gabbaim try to convince the Ribnitz Tzaddik that it is not uncommon for people in their senior years to slip and fall. "Nothing happens by accident," the Rebbe told them, and he did not rest until he had consulted with a fellow sage to determine what might have caused his fall and how he might rectify the problem.

This way of thinking may be alien to many of us, nevertheless, it is intrinsic to our faith. Our sages teach that we don`t so so much as prick a finger without it being orchestrated from above, yet we have difficulty accepting this. We prefer to believe that things "just happen". It is easier to absolve ourselves from responsibility that way and continue to do as we wish. When confronted by problems and even tragedy, we throw up our hands and glibly rationalize "That`s life", and with that, we go back to business as usual. 

Posted By H.K

 

The Ribnitz Rebbe zt'l, Rabbi Chaim Zanvil Abramowitz was a great tzadik and miracle worker. He lived till around 104 and passed away Isru Chag Succos 1995 in Monsey where he is buried. He lived in Soviet Russia under Stalin yet lived a full religious life. He served as mohel and shochet, and did mila and shechita with tremendous mesirus nefesh. The Rebbe said about him, "The Rimnitz Rabbee had mesirus nefesh mamosh for Yiddishkeit in Russia."


The Rabbee fasted a great deal, and toiveled 310 times in water that was accessed only by chopping away thick ice (that trucks could ride over). HThe Rabee's Tikkun Chatzos, in sackcloth and ashes, regularly lasted 6-7 hours, sometimes 12. He cried so much that when he was done, the tears and ashes mingled so that he was sitting in mud.

The Russian gentiles feared and revered him. The KGB brought their wives and children for blessings and experienced miracles.

The Ribnitz Rabbe left Russia in 1970 (or so) for Eretz Yisrael where he lived for a few years before moving to N.Y.

The Lubavitch Rebbe called the Rimnitz Rabbe, "meilitz tov shel Am Yisrael - a zechus that will stand by him in all his inyanim."

Posted By F.J

The Ribnitz Rabbee was very close with R' Mendel Futerfas, once at a bris where r' mendel was the sandek and he was the mohel the baby didn't stop bleeding and was in great danger he put his talis over the baby said some tefilos for a few minutes and the baby stopped bleeding. R Mendel told him Ribnitzer Rebbe next time dont use me as a sandek for your miracles!

Posted By D.P

 

איך קען גוט איינער וואס איז געווען א הויז בחור ביים ריבניץ רבי'ן זי"ע, און איך האב פיל געהערט פון אים דערציילען איבער די גדלות און קדושה, עס איז נורא נוראות זיין באשרייבונג

עס איז באקאנט זיין געוואלדיג עבודה אין תיקון חצות וואס ער פלעגט אפרעכטן צווישען פינף און אכט שעה! ביז אינדערפרי, ער פלעגט זיך איינשפארען אליינס און קיין איינעם נישט אריינגעלאזט, ניטאמאל פון די משמשים אדער גבאים. איינמאל האט די הויז בחור עספיעט אריינצובליקען דורכ'ן שליסל לאך, און ער האט אנטדעקט א מחזה הוד: די  ריבניץ רבי איז געזעצן אויף די ערד, ארומגערינגעלט מיט שווארצע ליכט ארום און ארום, א היץ איז געקומען פון אלע זייטען. ער האט זיך אנגעטוען אן אלטען רוסישען היטל, זיך אנגעטוהען א זאק אויפן קערפער, און זיך אנגעגאסען מיט אש אויפן קאפ, ביז עס איז אראפגערונען פון אלע זייטען, און אזוי אפגעראכטען תיקון חצות מיט בכיות נוראות, בקול דממה דקה. ווען ער האט געפארטיגט פלעגט ער אלעס אוועקלייגען, זיך אפוואשען די פנים, כאילו לא היה. מה נורא היה המחזה.

ווי באקאנט פלעגט די  ריבניץ רבי פאסטען כמעט טאג טעגליך, און אפילו נאך חצות הלילה ווען ער פלעגט שוין טועם זיין די מאגערע סעודה, איז עס געווען באגלייט מיט א לימוד פון צעטיל קטן און הנהגות האדם, מיט בכיות און התעוררות.

מופתים האבן זיך געוואלגערט אונטערן טיש, ממש ווי ביי אמאליגע צדיקים. מען קען אנפולען גאנצעטע בלעטער פון וואונדערליכע פאסירונגען און געשענישען וואס האבען פאסירט אזוי מיר נישט דיר נישט, טאג איין טאג אויס.

Posted by Yaakov

 

 

אלץ א קרוב מיט א גבאי פונעם ריבניצער רבי האב איך געהערט גאר אסאך מעשות פון אים, וועל מיר זען וויפול די צייט און געדולד וועט ערלויבן.

ווי מען האט שוין אויבן גערעדט איבער זיין עבודת הקודש מיטן מקוה גיין, נאך אין רוסלאנד ווי ער פלעגט אויפהאקן די אייז אונעם ביטערן פרעסט, דערציילן די אידן וואס געדענקן אז ער פלעגט שפאצירן מיטן הוילן פיס אויף די אייז און עס האט געריסן שטיקער פון אים, עס האט זיך ממש געגאסן בלוט.

ווי אויך פלעגט ער אסאך מאל ביים טובל'ן מיטנעמען זיין שטריימל אין מקוה אריין עס צו טובל'ן.

ווער עס איז נישט געווען אין מקוה האט אים נישט געטארט געבן די האנט, מער ווי איינמאל איז געווען געוויסע וואס האבן פראבירט אריין צושטופן די האנט צווישן דעם עולם אן דעם וואס ער זאל זיי זעהן, אבער ער האט עס אייביג געשפירט, און דאן פלעגט ער שנעל נאכאמאל לויפן אין מקוה.

און רוסלאנד איינמאל אויפן וועג צום תפיסה, האבן די פאליציי באמערקט אז די  ריבניץ רבי איז נישט דא, געטראפן האט מען אים דערנעבן אין א טייך זיך טובל'ן, האבן זיי אים פריי געלאזט זאגענדיג דערביי - אויב ער איז אזא משוגענער אז ער קען אנטלויפן און אנשטאט שטייט ער דא אין טייך, דאן קען מען אים פריי לאזן.

די אפענקייט וואס מען האט געזען ביי די  ריבניץ רבי, דאכט זיך מיר האט מען נישט געזען ביי קיינע פון די צדיקים בימינו, איינמאל זענען צוויי אידן געקומען צו אים זיך מזכיר זיין, זיי האבן געהאט א לאנגע וועג צו גיין ביז אים, די וועג איז געווען אביסל סכנה'דיג, אבער קומענדיג צו אים איז נישט געווען קיין נפש חי אויפן גאס(די חלק בין איך נישט זיכער איך דארף איבער פרעגן, אז ער איז שוין פארדעם געווען פארנומען אז צוויי אידן דארפן קומען צו אים), ארויסגייענדיג פון צימער זאגט איינער פארן צווייטן, לאמיר גיין כאפן א שפאציר עס איז דאך געווען א פיינער וועג, רופט זיך אן די ריבניצע רבי בזה"ל צו מיינט איר אז איך וועל אייך נאכאמאל אויסרייניגן דעם וועג?

די  ריבניץ רבי'ס חביבות המצוה איז געווען עד להפליא, האט פאסירט אמאל אז איינער האט איבער געלאזט ביי אים א פעדער אויפן טיש, שפעטער האט ער עס באמערקט, האט ער עס מיט איין שמחה גענומען אין די האנט מ'גייט מקיים זיין השבת אבידה, די גבאים האבן עס געוואלט נעמען פון אים אבער ער האט עס נישט געוואלט ארויס לאזן פון די האנט, ער האט געהייסן רופן יענעם ער זאל קומען אפנעמען די פעדער, און ביז יענער איז צוריק געקומען [אפאר שעה] האט ער געהאלטן דעם פעדער אין די האנט, און ארום געלאפן מיט איין שמחה אז מ'גייט מקיים זיין השבת אבידה.

די עבודה וואס די ריבניץ רבי האט געהאט מיטן פאסטן איז געווען למעלה מדרך הטבע, אבער ווי מ'דערציילט האט זיך עס אנגעהויבן און די שפעטערדיגע יארן, פריער פלעגט ער זיצן א גאנצע נאכט און לערנען, אבער שפעטער האט ער געזאגט אז ער זעט אז מיט דעם שלאגט ער אפ גזירות.

איך געדענק נישט נאך וועלכן טענית, אבער איינמאל איז די עסן נישט גרייט געווען נאכדעם, האט די ריבניץ רבי זיך געזעצט לערנען, אינמיטן איז מען אריין געקומען מיט עסן (דאכט זיך מיר טרינקן, נישט זיכער) און געבעטן ער זאל עפעס טועם זיין, גחלי רתמים! האט די ריבניץ רבי זיך צושריגן, און ווייטער געלערנט אפאר שעה אן גארנישט טועם זיין

זכותן הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.

Posted By M.B

 

געהערט פון א איד וואס האט געווארט אונעם שטוב פון הרה"ק מריבניץ זצ"ל שטייענדיג הינטער אים האט ער באמערקט ווי די רבי האט גרויסע האר, האט ער געטראכט ביי זיך אז עס איז אים אינטערעסאנט ווייל כידוע איז גרויסע האר קליפות און וואו פאסט דאס פאר אזא קדוש וטהור (נישט מהרהר געווען, נאר געווען אינטערעסאנט)? דרייט זיך אויס די רבי צינעם (געווען נאך מענטשען דארט, אבער זיך אויסגעדרייט און גערט צי אום) איך האב א ענין פארוואס איך מיך לעצטענס נישט געשוירען

Posted by J.S

 

אסרו חג  געפאלט אויס די יארצייט פון כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש, דער ריבניצ'ער רבי זי"ע, אמן, דער אמת איז אז עס איז זייער שווער צו באשרייבען דאס לעבן'ס געשיכטע, פון דער מסירות נפש איד וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור, כ"ק האדמו"ר הקדוש רבי חיים זאנוויל אבראמעוויטש מריבניצא זי"ע.
פאר דעם וועלט קריג, איז ער געווען א תלמיד מובהק פון כ"ק האדמו"ר הק' רבי אברהם מתתי'הו פון שטיפינעשט זי"ע, און געוואקסען ביי אים ממש ווי א אייגען קינד.
דער רבניצ'ער רבי זצ"ל האט אליינס פארציילט אויף זיך אז ביי די אכצען יאר איז נישט געווען קיין איין רש"י און ש"ס וואס ער האט נישט געוויסט פון אויסעווייניג. אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך געלערנט שחיטה און מילה, און ער האט עוסק געווען און די הייליגע מצוות צו דער גרויסער פלא, ווייל ער האט אין דעם געמוזט עוסק זיין רוב פון זיינע יארן, אין דאס איז געווען דער מזל פון די אידן וואס האבן דארט געוואוינט, ווייל דער ריבניצער רבי איז געווען דער יחיד וואס האט גע'שחטן און גע'מל'ט דארט די אידישע קינדער מיט גרויס מסירות נפש, ער איז ארום געפארן טעג און נעכט, נאר אז אידישע קינדער זאלן קענען עסן כשר, און נישט זיין ערלים ח"ו, גאר אסאך ווינדערליכע סיפורים פון מסירות נפש ווערן פארציילט פון יענע יאר'ן.
עס האט פארציילט איינער פון די אידן וואס זענען געווען מיט'ן הייליגן ריבניצ'ער רבי'ן זי"ע און די שווערע טעג און רוסלאנד, ווי באוואוסט האט פאר'ן רבי'ן גארנישט אינטרעסירט, נאר איין זאך דעם הייליגן באשעפער, איינמאהל איז געווען א תקופה אין שווערע יארן ווען ער איז געווען אונטער'ן אייזערנעם פארהאנג, אונטער די רוסישע קאמעניסטישע מאכט וואס די ק.ג.ב. איז ווי געקומען אין באשלוס צו דערגיין פונקטליך די וואס פארשפרייטען אידישקייט, און איינמאהל פאר אלעמאהל פון זיי פטור צו ווערן, פארשטייט זיך אז דער רבי איז געווען דער ערשטער אויף די שווארצע רשימה, אויפ'ן רבי'ן האבן זיי געהאט גאנצע ליסטעס מיט עבירות וואס ער איז עובר, אבער זיי האבן אים פונקט נישט געכאפט יעצט ביי די מעשה.
זיי האבן געטראפען א עצה זיי האבען אונטערגעשיקט איינעם פון זייערע חברה, ער זאל שפילן דעם מצב ווי א צובראכענער איד וואס שמאכטעט אונטער די קאמעניסטען, אזוי האט ער טאקע געטון ער איז געקומען צום רבי'ן און אנגעפאנגען צו וויינען אז ער האט גארנישט, און ער בעט פון רבי'ן צדקה, דער רבי קלערט נישט אסאך און געט א ליידיג אויס זיין קעשענע די אלע פרוטות וואס ער האט געהאט אין זיין טאש (וואס ער האט שוין געהאט) און דאס געגעבן פאר יענעם.
עס גייט נישט אדורך עטליכע טעג, און די ק.ג.ב. לאזט זיך אראפ צום רבינ'ס שטוב און מ'פירט אים צו ווערן ארעסטירט, מען פירט אים אריין און געריכט הויז און מען פאנגט אן אויסצוליינען פאר אים א לאנגע מגילה פון עבירות ובפרט פון די שרעקליכע עבירה וואס מען האט אים געכאפט געבן צדקה, וואס דאס איז קעגן די קאמעניסטישע געזעצן.
דער רבי שטייט און רופט זיך גארנישט אן, ער קוקט גוט אן דעם שופט, און נאך עטליכע מינוט קוקן אויף אים, הויבט ער אויף זיינע הייליגע אויגן ברעמען, און גוט א זאג צום שופט: פאר די נעמסט דיך אויף מיר געב א קוק וואס עס טוהט זיך ביי דיר אינדערהיים, און דער רבי זאגט ווייטער: דיין ווייב ליגט אין בעט און האלט פאר'ן שטארבן. עס האט אנגעכאפט א ציטערניש פאר דעם שופט, ער האט בכלל נישט פארשטאנען וואס דער רבי וויל פון אים, ער האט אבער געזעהן אז דער רבי זאגט עס מיט אזא שטארקע ערענסקייט, געט ער זיך א רוף אן: אויב איר זעהט אז זי איז קראנק קענט איר דאך זעהן אז זי זאל געהיילט ווערן, דער רבי האט צוגעזאגט אז זי וועט זיין געזונט, אבער אויף איין תנאי, אז ער וועט אים לאזן גיין פריי, טאמער נישט... פארשטייט זיך אז דער רבי איז באפרייט געווארן.
דער באוואוסטער משפיע פון לויבאוויטש החסיד הוותיק רבי מענדל פוטערפאס זצ"ל, וואס ער האט געארבעט אינאיינעם אין רוסלאנד מיט'ן ריבנציער רבי'ן זצ"ל אויפצוטוען פאר אידישקייט, האט דערציילט: אז איינמאהל איז ער געפארן מיט'ן רבי'ן אינאיינעם צו א ברית ערגעץ פארווארפן און די קאלטע רוסלאנד, אויפ'ן וועג זענען זיי אפגעשטעלט געווארן דורך איינער פון די ק.ג.ב. חברה, יענער האט זיי געזאגט, אז מיר ווייסען אז ענק צוויי זענען שוין פארפאלן און איר וועט זיך שוין און אייער לעבן נישט איבערקערן פאר קיין קאמעניסטען, אבער איך ווארן אייך אז טאמער וועט איר אנדערע אויך נישט לאזן, וועלן מיר זיך נעמען איבער אייערע ביינער, עד כדי כך אז איר וועט אפילו נישט קומען צו קבר ישראל אייער גוף וועלן מיר ווארפן פאר די הינט ר"ל…
איך האב זיך נישט דערשראקען אבער עס האט מיר אנגעכאפט א גאות דקדושה אין איך האב אים גענטפערט אז מיר וועלן יא ממשיך זיין און פארשפרייטען אידיקשייט, דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע איז געווען אזוי פארטיפט און זיין לערנען, אז ער האט אפילו נישט באמערקט די גאנצע מעשה.
זייענדיג אין ריבניץ, האט ער פארשטייט זיך נישט געהאט א ווארימע מקוה, איז ער שטענדיג געגאנגען ברעכען די אייז און ים, דערציילט דער משפיע רבי מענדל פוטערפאס זצ"ל, אז איינמאהל האבן זיי געדארפט ארויס גיין אויף א ברית, דער רבי האט אבער געזאגט אז ער מוז גיין קודם און מקוה, דער וועטער איז געווען דרייסיג אונטערן זערא, די טייך איז געווען גוט פארפרוירען, און קיין ווארימע מקוה איז דאך נישטא, וואס טהוט מען? דער רבי ווייזט פאר ר' מענדל אז ער גייט און טייך און ער זאגט "פון א מצוה ווערט מען נישט געשעדיגט" מיר גייען אראפ צום טייך, און מיר טוען זיך אויס איך לייג אריין איין פוס און וואסער, און איך זעה אז איך בין נישט מסוגל צו גיין ווייטער, אבער דער רבי שרייט אז איך זאל זיך נישט לאזן ברעכען און איך זאל גיין ווייטער, כל עוד נשמתי בי האב איך זיך שנעל אנגעטוען אז איך זאל נישט פארפרוירען ווערן.
אבער דער רבי גייט אריין שטייטעליך עס קוקט אויס ווי ער גייט און א ווארימע מקוה, ער טובל'ט זיך איינמאהל צוויי מאהל דריי מאהל, איך קוק אן דעם רבי'ן איך שטעל זיך פאר אז ער איז אינגאנצען פארפרוירען, אבער ווי ערשטוינט ווער איך, ווען איך זעה אז עס גייט א פארע פון רבינ'ס הייליגע גוף. אינטרעסאנטער פון די גאנצע מעשה איז, דער רבי האט זיך שוין געהאלטען אינמיטען אנטוען איז אדורך א גוי, אין דער רבי האט געגעבן א בליק אויף אים, האט זיך דער רבי צוריק אויסגעטוען און נאכאמאהל אנגעפאנגען די גאנצע מעשה.
דער ריבניצער רבי ז"ל האט אמאהל אליין פארציילט, אז אמאהל זייענדיג אינמיטען ווינטער און דעם טייך וואס איז געווען אינגאנצען פארפרוירען, און עס איז אים קוים געלונגען אויפצוברעכן א שטיקל פלאץ אריין צו גיין, איז געקומען א גוי א רשע און אריינגעשטיפט דעם שטיקעל אייז צוריק אינעם לאך, אין פארשטאפט די עפענונג, דער רבי זאל חלילה וחס דארט בלייבען, רח"ל, און ווען דער רבי האט געוואלט ארויפקומען, האט ער נישט געפינען דאס לאך, ער האט שוין געהאלטען ביים אויסגיין, האט ער געבעטן א תפילה ביים רבונו של עולם, און ער האט געאגט רבונו של עולם אזא מיתה ווילסטו איך זאל שטארבען? באלד האט זיך די אייז געריקט פון פלאץ, דער רבי האט דאס אבער אוועק געמאכט, זאגענדיג אז דער סדר פון אייז איז אז עס ריקט זיך נאך אפאר מינוט פון פלאץ.
דער ריבניצער רבי זצ"ל איז אויך שטענדיג געווען אין א תענית, ער האט אייביג געהאט א תירוץ פארוואס צו פאסטן.
איינער פון די רבי'ס גרעסטע עבודות איז געווען צו קלאגן אויפ'ן חרבן, בפרט תשעה באב ווען ער איז געגאנגען אנגעטוען מיט א זאק אנגעפילט מיט זאמד, זיצענדיג און קלאגענדיג אגאנצען טאג אויפ'ן חרבן בית המקדש, ער פלעגט זיצען אויף דער ערד און זיך משתטח זיין פאר'ן הייליגן בורא ווי א קינד לעבן זיין טאטע.
נאך עטליכע שעה איז ער ארויס געקומען מיט אויפגעבלאזענע אויגען, עס האט דערציילט א יונגערמאן אן עד ראיה, וואס האט געזעהן דעם רבי'ן ערב שבת חזון, נאכדעם ווי דער ריבניצער רבי האט זיך משתטח געווען אויפ'ן הייליגען ציון פון אר"י הקדוש זי"ע, נאכדעם איז ער אריין און בית המדרש פון אר"י הקדוש, דארט איז ער געזעסן און א שיסעל פיל מיט זאמד, און זיינע תפילות איז געווען מיט מעכטיגע קולות אז יעדער איינער וואס איז אדורך אויף דער גאס האט זיך דערשראקען פון די שטארק וויינעדיגע קולות, ממש פאר שבת איז ער אנגעקומען קיין מירון, און עטליכע מענטשען האבן געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל איינשטיין ביי זיי, ער האט נאך אריינגעכאפט מעביר סדרה צו זיין מיט טלית און תפילין כדרכו בקודש.
אויך איז דארט געווען אפאר ארחי פרחי וואס האבן נישט נוהג כבוד געווען און אים, און אים געטשעפט, אבער צומארגענס ווען ער האט עולה געווען מפטיר און געזאגט די הפטורה, האט ער דאס געזאגט מיט א הערליכע ניגון עס איז געווען א געוואלדיגע התעוררות, אז דער גאנצער עולם וואס איז געווען דארט האט אויסגעפלאצט מיט א געוויין.
אלע גדולי ישראל האבן אים שטארק מעריץ געווען בפרט זיין ידיד נאמן פון זיין יוגענט כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט רבי אליעזר זוסיע פון סקולן זי"ע, וואס ער האט אויך צוזאמען מיט'ן ריבניצער רבי אויפגעטוען פאר אידישקייט אונטער'ן אייזערנעם פארהאנג, און צוזאמען האבן זיי זיך געדרייט ביים הייליגען שטיפינעשטער רבי זצוק"ל, אויך האט ער געהאט שטארקע קשרים מיט כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט מסאטמאר זי"ע עס איז באוויסט דאס בילד ווי ער ליגט אויסגעשפרייט בפישוט ידים ורגליים און וויינט בבכיות אויפ'ן ציון הק' פונעם הייליגען סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע אינמיטען די שבעה טעג, אויך איז ער געווען גאר נאנט מיט כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט מ'סקווירא זי"ע ווי זיי האבן זיך נאך געקענט פון די יוגענט, אויך איז ער געווען בידידות מיט כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט מ'קלויזנבורג זי"ע, אין לעלוב. זכרונה צדיקים לברכה.
און די לעצטע יאר'ן איז ער שטארק פארשלאפט געווארן, און ער האט זיך באזעצט בעיר מאנסי, ווי ער האט אויסגעלעבט זיינע לעצטע יארן, זיין גוף איז געווארן שוואכער און שוואכער, ביז עס איז געקומען דער יום המר אסרו חג סוכות, ווען דער הייליגער צדיק האט אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה און צוריק געגעבן ליוצרה, ווי באקאנט האבן זיך צדיקים אויסגעדריקט מורא'דיגע לשונות אויף אים, איינע פון די צדיקים האבן געזאגט אויף אים, אז ווען ער וואלט געווען אין די צייטען פונעם קודש הקדשים דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, וואלט ער אויך געווען א חידוש.
דער זכות פון דעם הייליגן ריבניצ'ער רבי זצוק"ל זאל מגין זיין אויף אלע אידן, פונקט ווי ער איז געווען אויף דעם עולם א גרויסע פועל ישועות, אזוי זאל ער איינרייסען ביים כסא הכבוד, אז אלע אידן זאלן געהאלפען ווערן יעדער איינער מיט וואס ער דארף ברוחניות ובגשמיות, מען זאל האבן א גמר חתימה טובה, און מ'זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה, בב"א.

Posted by S.F

 

דעם יו"ט העעל"ט האב איך געלייענט א מוראדיגע זאך וואס דער צדיק זי"ע האט אויף זיך מעיד געווען
דאס איז געווען ווען מען האט גירעדט אז די נאמען לוי יצחק בן שרה סאשה איז מסוגל צו אלע ישועות
האט ער זיך אנגערופן אז מען וועט זאגן חיים זאנוויל בן יוטא צפורא וועט עס פונקט אזוי העלפן

זאל זיין זכות אונז אלע מגין זיין
אמן

קרעדיט
(דער בלאט בשם משה צבי בערקאוויטש גבאי

 

Posted By J.K

 

צוויי אידן וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, זענען געגאנגען צוזאמען זיך מזכיר זיין ביים הייליגן ריבניצער זצ"ל.
דער רבי האט געפרעגט צו זיי זענען מסכים אוועק צו געבן פון זייערע לעבנ'ס יאהרן פאר קינדער. איינער האט באלד געזאגט אז יא, און דער צווייטער האט געקווענקעלט.
דער וואס האט מסכים געווען האט זוכה געווען ביז א יאהר צום געבורט פון זיין טאכטער, און דער אנדערער איז ליידער נישט געהאלפן געווארען.
דער איד וואס האט אוועק געגעבן פון זיינע יאהרן, האט זוכה געווען צו פיהרן זיין טאכטער אונטערן חופה, און איז ליידער באלד דערנאך נסתלק געווארען.
זכותו יגן עלינו

 

Posted By J.K

 

 

Copyright 2011, Ribnitz.org , All Rights Reserved.